אַרקענסאָ - איין קינד איז טויט און כאטש פערציג אנדערע - מערסטנס קינדער - זענען פארוואנדעט' נאכדעם וואס באס פירענדיג אַ יוגנט-פוטבאָל טיעם, פארענדיג פון טעקסאַס צו מעמפיס, טענעסי, האט געקראכט אין אַרקענסאָ היינט מאנטאג צופרי, האט די פּאָליציי געזאגט.

די טשאַרטער אויטאָבוס איז געפארן אויף די אינטערסטעיט 30 נעבן בענטאָן, אַרקענסאָ, בערך 2:40 היינט פארטאגס ווען זי האט זיך אַוועקגעקערט פון די ראָוד און זיך איבערגעקערט, האט די אַרקענסאָ סטעיט פּאָליציי געזאגט אין אַ סטעיטמענט.

"די אויטאָבאָס דרייווער לעבט און ווערט אויסגעפרעגט דורך סטעיט טרופּערס," האט געזאגט די פּאָליציי.

די קינדער אויף די אויטאָבוס זענען אַלע צווישן די עלטער פון 8 און 12 יאר אַלט. די פארוואונדעטע זענען גענומען געווארן צו שפיטעלער אין ליטל ראַק און בענטאָן. אַרקענסאָ קינדער שפיטאל אין ליטל ראַק האט געזאגט אז זי האט באקומען מער פון 20 פּאַציענטן נאָך די קראַך.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל