רוסלאַנד האט פאַרכאַפט דריי אוקראַינישע קריג שיפן נישט ווייט פון דעם ברעג פון קרימיע - אַ האַלב-אינזל וואָס רוסלאַנד האָט אייננגענומען אין 2014 - נאָכדעם וואָס זיי האָבן געשאָסן לעבעדיגע פייער אויף זיי און פאַרוואָונדעט עטליכע מאַטראָזן, אַ שריט וואָס קען אָנצונדן אַ נייע געפערליכע קריזיס צווישן די צוויי לענדער.
רוסלאַנד'ס עף.עס.בי. זיכערהייט דינסט האָט געמאָלדן אַז רוסישע ברעג וואָך שיפן האָבן פאַרכאַפט די אוקראַינישע קריג שיפן אין די שוואַרצע ים און גענוצט וואָפן צו צווינגען זייער אָפּשטעל, האָבן רוסישע נייעס אַגענטורן געמאָלדן.

די עף.עס.בי. האָט געזאָגט אַז זי איז געווען געצווינגען צו נעמען שריט, ווייל די שיפן - צוויי קליין אוקראַינישע באַוואָפענטע אַרטילערי שיפן און אַ שלעפּ שיפל - זענען אומלעגאַל אַריינגעשווימען אין רוסישע טעריטאָרישע וואַסערן, און פּרובירט אומלעגאַלע אַקטן, און איגנאָרירט וואָרענונען זיך צו אָפּשטעלן און מאַנוווירט אומפאַראַנטוואָרטליך.
רוסלאַנד פאַרכאַפט אוקראַינישע שיפן
הוסף רשומת תגובה