אין א שריט וואס קען נאכמער אראפברענגען אויל פרייזן איבער די וועלט, האט דער אויל-רייכע לאנד קאטאר, זיך ארויסגעצויגן פון דער אפעק אליאנץ, אן ארגאניזאציע וואס פאראייניגט 14 אויל-רייכע לענדער מיטן ציהל זיכער צו מאכן אז אויל פרייזן זענען סטאביל און פאלן נישט צו שטארק.

דער קליינער אויל-רייכע לאנד האט היינט געמאלדן, אז זיי ציען זיך ארויס פון דער סאודיער אנגעפירטער אפעק, אבער האבן געלייקנט אז דאס קומט אלס רעאקציע צו דער סאדיער באיקאט אויף זייער לאנד. דער פלוצלינגע דעקלעראציע מאכט קאטאר אלס דער ערשטער מיטל-מזרח לאנד זיך ארויסצוציען פון אפעק זינט איר גרינדונג אין 1960, עפעס וואס מישט ווידעראמאל אריין פאליטיק אין א ארגענעזאציע וואס פרובירט גאר שטארק צו זיין אומפארטייאיש.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל