אַלעקס יאָנגער, דער הויפט פון די בריטישע עם-16 - וועלכע איז דער בריטישער ווערסיע פונעם אמעריקאנער סי-איי-עי - האט געהאלטן א גאר זעלטענע רעדע, אין וועלכע ער האט געווארנט איבער די געפאר וואס רוסלאנד שטעלט אויס פאר די סטאביליטעט פונעם מערב וועלט. ער האט געווארנט אז רוסלאנד איז "ארויס פון די גלייזן" ווען עס קומט צו איר אגרעסיווע סייבער קריג וואס זי פירט קעגן די מערב וועלט, און דאס שטעלט זיך נישט אפ ביי סייבער, נאר אויך מיט אירע אטענטאטן און כעמישע אטאקעס וואס זי פרובירט צו דורכפירן קעגן פיינט פונעם פוטין רעזשים. "דאס אלעס שטעלט א געפאר פאר א ריכטיגע קריג", האט ער געזאגט. ער האט פארשפראכן אז "רוסלאנד וועט צאלן א פרייז" פאר אירע אגרעסיעס, און געענדיגט דעם זעלטענעם רעדע מיט א רוף צו יונגע בריטישע בירגער זיך צו אנשליסן אינעם שפיאנאזש דינסט. דער רעדע איז גאר זעלטן, וויבאלד נארמאלערהייט איז דער הויפט פון די עם-16 נישט קיין עפנטליכער פיגור, און זיין נאמען איז קוים באקאנט אין די עפנטליכקייט.

אַלעקס יאָנגער


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל