א צייטווייליגע פארשטענדעניש איז דערגרייכט געווארן צווישן אמעריקע און כינע ביי דעם דזשי-20 סאמיט אין ארגענטינע. פרעזידענט טראמפ האט איינגעשטימט נישט צו הייבן קיין גרעניץ שטייער אויף כינעזער פראדוקטן פאר די קומענדיגע 90 טעג. דער אפמאך - ווי שוין ברייט געדעקט - וועט אפשטעלן פרישע טאריפס וואס האט געדארפט געהויבן ווערן פון 10 פראצענט צו 25 פראצענט, דעם קומענדיגן יאנואר דעם ערשטן.
אינעם אפמאך האט כינע זיך פארפליכטעט צו קויפן מער אמעריקאנער פראדוקטן. דער אפמאך האט אבער נישט קלארגעשטעלט וועלכע אמעריקאנער פראדוקטן, און אין א זייטיגער דערגרייכונג פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע, האט כינע מסכים געווען די דערקלערן ''פענעטיל", דער שעדליכער כעמיקאל מיט וועלכן מען פאבריצירט אפיאיד מעדיצינען, אלס א קאנטראלירטער סובסטאנץ, א דעקלעראציע וואס וועט האפנטליך אפשוואכן דעם אפיאד עפידעמיע וואס פלאגט אמעריקע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה