דריי אוקראינער מיליטערישע שיפן זענען פארכאפט און קאנפיסקירט געווארן די רוסישע נעווי, ביים אדורך שווימען דעם רוסיש אנעקסירטן קריימיע האלב-אינזל, אין א פרישע אקט פון קריג צווישן רוסלאנד און אוקראינע וועלכע זענען שוין עטליכע יאר אין א קאלטן קריג איבער׳ן האלב-אינזל.

רוסישע שיפן האבן - ווי נעכטן באריכטעט - געעפנט פייער בעפאר זייערע ספעציעלע קרעפטן האבן געשטורעמט און פארכאפט די אוקריינער שיפן. זעקס אוקריינער זעלנער זענען פארוואונדעט געווארן אין לויף פון דעם אבלאווע.

אוקריינע האט באשולדיגט אז דאס איז א רוסישער ''אקט פון אגרעסיע'' און פארשפראכן צו רעאגירן. מאסקווע האט אפגעווארפן די באשולדיגונג, זאגנדיג אז די אוקראינער שיפן זענען אומלעגאל ארייינגעשווימען אין זייערע טעראטאריאלע וואסערן.

אין רעאקציע צו דעם אינצידענט, האט דער אוקראינער פרעזידענט פעטרא פאראשענקא געזאגט, אז ער וועט פארשלאגן פארן פּאַרליאַמענט א דרייסיג טאגיגן מארשאל לאו וואס גיבט פאר׳ן מיליטער ברייטערע רעכטן צו רעאגירן צו די אומשטענדן.

פילע מערב וועלט לענדער האבן פארדאמט רוסלאנד'ס אקציעס, און דער יו ען זיכערהייטס קאנסיל האט פאררופן אן עמערדזשענסי זיצונג צו באהאנדלן דעם סיטואציע. ביים זיצונג האבן פארשטייער פון די מערב וועלט לענדער קאנפראנטירט רוסלאנד איבער אירע שריט, און פארלאנגט אז זי זאל אפשטעלן איר אגרעסיווע אויפפירונג אינעם ראיאן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל