אין פארגלייך צו געוועזענע נאַציאָנאַלע זיכערהייט באאמטע וואס קריטיקירן כסדר פרעזידענט טראמפ, איז קאנגרעס געווענליך צוריקגעצויגן אים זיך קעגנצושטעלן. עס שטעלט זיך אויפ'ן (פארטייאישע) שכל, ווייל טראמפ איז א רעפובליקאנער, און קאנגרעס איז קאנטראלירט דורך די רעפובליקאנער.

אבער דא און דארט האט קאנגרעס יא באוויזן צייכענס פון א שדרה, מאכענדיג א שטיקל אונטערשייד צווישן די סקאַנדאַל-פולע פירער, און די אנדערע פאליטישאנס. געווענליך זענען די אויסרופן אויך געווען היבש איינגעהאלטן.

טא וויפיהל האט זיך קאנגרעס אויפגעשטעלט קעגן דעם פרעזידענט? איר קענט באשלוסן. דא האט איר א ליסטע פון יעדע פאל וואו די סענאט, וואו מערסטענס פאליטישע האַנדלונגען קומען פאר, האט זיך אנגערופן, מיט א ראַנגונג פון 1 ביז 5, ווי שטארק די אויפרידערונג עס איז געווען, פינף מיינט דאס מערסטע.

אפשטעלן די פאמיליע צעטיילונג ביי די גרעניץ

רעפובליקאנער פירער זענען געווען אויפגעברויזט אז דאס איז פארגעקומען. כאטש וואס זיי האבן גוט געוואוסט אז טראמפ איז געווען דער וואס האט דאס פארלאנגט, האבן זיי צוזאמגעשטעלט א געזעץ דאס אפצושטעלן.

אין די ראַנג פון 1 ביז פינף, באקומען זיי א זערא, נול! כאטש וואס אזא געזעץ וואלט אויסגעמאכט א וועלט, האבן די פחדנים אפגעטרעטן ווי נאר טראמפ האט אפגעשטעלט די צעטיילונג. וואלטן זיי אנגעגאנגען און אדורכגעפירט די געזעץ, וואלט דאס ארויסגעשיקט א מעסעדזש, סיי אינערליך צו די פרעזידענט און די גאנצע "סוואמפ" און סיי די גאנצע וועלט, אז אמעריקע טאלערירט נישט אזעלכע פאליסיס.

באשיצן די ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער

כמעט יעדער רעפובליקאנער סענאטאר זאגט אז זיי האלטן נישט אז טראמפ זאל אפזאגן ראבערט מוללער אדער אנדערע הויכע באאמטע וואס האבן א איבערזיכט ראלע אין די זעלבסטשטענדיגע אויספאָרשונג איבער אוסלאנד'ס אריינמישונג אין די 2016 וואלן. טראמפ האט שוין צוויי מאל גענומען אין באטראכט פטור צו ווערן פון מוללער, אבער א אומפארטייאישע ביל צו פארטיידיגן די ספעציעלע קאונסיל באשטייט אז דאס פעלט נישט אויס.

אין די ראַנג פון 1 ביז פינף, זיצט עס ביי איינס, מיט די אפציע צו שטייגן צו א פינף. די געזעץ איז אדורגעפירט געווארן אין א רעפובליקאנער-קאנטראלירטע קאמיטע, אבער מיטש מעקאנעל האט עס נאכנישט צוגעלאזט צו א פולע אפשטימונג, און דערפאר איז זי נאכנישט גילטיג. אויב דאס גייט דורך די פולע סענאט, וועט דאס זיין די חוצפה'סטיגע שריט קעגן טראמפ.

די טראמפ-פוטין סאמיט

נאכאמאל האט כמעט יעדער רעפובליקאנער סענאטאר געהאט עפעס צו זאגן קעגן זיין אויפפירונג, אבער די סענאט האט גארנישט געטוהן דערוועגן. זיי האבן אים זייער קריטיקירט אין עפנטליכקייט, אבער האבן אפגעטרעטן נאכדעם וואס טראמפ האט געגעבן זיין לעכערדיגע תירוץ אז ער איז נישט גוט פארשטאנען געווארן.

אין די ראַנג פון 1 ביז פינף, וואלט דאס געקענט זיין א הייסע פינעווער, אבער איז פארווישט געווארן צו א מינימאלע סינגל.

טראמפ'ס אטאקע אויף די פרעסע

ער האט גערופן די מידיא די "פיינט פון די מענטשן", און די סענאט האט דאנערשטאג קלאר געמאכט אז זי איז מחולק מיט'ן פרעזידענט, דורכפירענדיג די "די פרעסע איז נישט די פיינט פון די מענטשן" רעזאלוציע.

אין די ראַנג פון 1 ביז פינף, כאטש וואס פון א קוראזש-שטאנדפונקט קומט טאקע א פיר אדער פינף, קומט פאקטיש נאר א איינס אדער צוויי, ווייל למעשה איז עס נאר א סימבאלישע רעזאלוציע וואס איז נישט-בינדענד, און העלפט נישט פארבעסערן די ריכטונג פון די לאנד.

טראמפ'ס טאריפס

קיין איין טראמפ פאליסי איז נישט אזוי קעגן די רעפובליקאנער ווירדן, ווי די פרעזידענט'ס טרעיד פאליסי. די רעפובליקאנער פארטיי איז אלץ שטארק פאר פרייע האנדל, און טראמפ האט איינגעפירט שטארקע פאליסיס וואס טוט באגרעניצן האנדל, אין פארעם פון טאריפס אויף די אימפארטס פון אנדערע לענדער. רעפובליקאנער פאליטישאנס האבן געמוטשעט די סענאט א גאנציע זומער, אז זיי זאלן עפעס טוהן אפצושטעלן די אנטי-טרעיד פאליסי.

אין די ראַנג פון 1 ביז פינף, באקומט עס א צוויי. די סענאט האט טאקע געשטימט צוויי מאל צו איינצוימען טראמפ'ס צוימונגען, אבער ווידער זענען ביידע געווען פשוט סימבאליש. אין יולי האט זי דורכגעפירט א רעזאלוציע, וואס זאגט אז זי איז נישט מסכים מיט טראמפ'ס טאריף צוגאנג איבער אריינברענגטע שטאָל און אלומינום. זי האט אויך געשטימט, מיט א ברייטע מערהייט, פאר א פארטיידיגונגס ביל וואס האט צוריקגעשטעלט שטראפן אויף די כינעזער קאמפאני זי.טי.אי. וואס טראמפ האט אראפגענומען צו ראטעווען כינעזער דזשאבס. אבער די שטראפן זענען אויסגעשניט געווארן אין די לעצטע מינוט, פאר די ביל איז געברענגט געווארן פאר'ן פרעזידענט צו אונטערשרייבן.

סענאט שפיאנאזש קאמיטע אויספארשונג פון רוסישע אריינמישונג

הויז רעפובליקאנער זאגן אז זיי זענען פארטיג מיט די אויספארשונג, אבער א אומפארטייאישע סענאט פאנעל וואס איז געשטעלט געווארן צו פארשן די זעלבע אריינמישונג - ווי אויך צי די טראמפ קאמפיין האט געהאט א שייכות דערמיט, און איז נאכנישט פארטיג, נאך א יאהר און א האלב וואס טראמפ איז שוין אויף זיין פאזיציע.

אין די ראַנג פון 1 ביז פינף, באקומט עס דערווייל א דריי. עס איז מערקווירדיג אז די סענאט קאמיטע'ס רעפובליקאנער פירער האבן זיך אנטזאגט צו ארויסקומען זאגן וואס טראמפ האט געוואלט הערן, נעמליך אז עס איז נישט געווען קיין שום קאלוזשען. ווי אויך קומט זיי קרעדיט פאר'ן זיך נישט אויפפירן ווי זייערע קאלעגן אין די הויז, וואו מען האט זיך זייער מיאוס ארומגעשלאגן, אין פארנט פון די גאנצע וועלט, מיט קינדערישע פאליטיק. אבער מען וועט דארפן זעהן וויאזוי זייערע רעזולטאטן מעסטן זיך אנקעגן די רעזולטאטן פון מוללער.

טראמפ'ס מעקסיקאנער וואנט

טראמפ וויל באקומען 25 מיליאן דאלער פון קאנגרעס, צו בויען א וואנט צווישן אונזער לאנד און מעקסיקא. דערווייל האט ער דאס נישט באקומען.

אין די ראַנג פון 1 ביז פינף, באקומען זיי א פיר. כאטש וואס דער פרעזידענט רעדט דערפון כסדר, און חלש'ט דאס צו באקומען, האבן זיי דאס אים נישט נאכגעגעבן. דאס קען ארויפגיין צו א פינף, ווען זיי גיבן דאס אים נישט ביז די ענדע, אדער אראפפאלן צו א איינס אדער צוויי, אויב זיי ברעכן זיך.

טראמפ'ס נאמינאציעס

א מערקווירדיגע צאל פון טראמפ'ס אויסגעקליבענע קאנדידאטן פאר ריכטערס און אגענטור פירערס, זענען ארויפגעגאנגען אין רויך אין די סענאט, ווי ראן דזשאנסאן צו פירן די וועטעראנס אפעירס דעפארטמענט און רייען באונדס פאר די ניינטע סירקוט פונעם פעדעראלן אפעלאט געריכט, וועמען די סענאט האט געצווינגען אויפצוגעבן.

אין די ראַנג פון 1 ביז פינף, באקומען זיי כאטש א פיר. עס איז זייער דזשאב צו דורכזיפן די נאמינאציעס, און האבן באוויזן דא און דארט צו ארויסווייזן זעלבסטשטענדיגקייט.

טראמפ'ס נישט אויפלייגן סאנקציעס אויף רוסלאנד

איינע פון קאנגרעס' גרעסטע קעמפן מיט די עקזעקוטיווע ברענטש, איז פארגעקומען עטליכע מאנאטן נאכדעם וואס ער האט גענומען זיין פאזיציע. טראץ זיינע פראטעסטן, האבן זיי אים געצווינגען אונטערצושרייבן א געזעץ וואס לייגט ארויף סאנקציעס אויף צפון קארעא, איראן און רוסלאנד.

אין די ראַנג פון 1 ביז פינף, באקומען זיי א באלאבאטישע פינף.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל