וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן פרובירט צו פארווישן די שאדנס, און אפשטעלן דעם פלייץ פון נעגאטיווע רעאקציעס, נאכ'ן סאמיט און פרעסע קאנפערענץ וואס ער האט אפגעהאלטן מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין אין העלסינקי, פינלאנד.

אין א צוגעגרייטן סטעיטמענט בעפאר א זיצונג אין ווייסן הויז, האט טראמפ נעכטן נאכמיטאג געזאגט, אז ער האט יא הונדערט פראצענטיגע צוטרוי און באגלייבטקייט אין אמעריקע'ס שפיאנאזש אגענטורן, און ער אקצעפטירט וואס זיי זאגן אז רוסלאנד האט געטאן שריט צו באאיינפלוסן די יאר 2016 וואלן.

טראמפ האט אויך געזאגט, אז ער האט געמאכט א טעות ביים פרעסע קאנפערענץ מיט פוטין. דארטן האט טראמפ געזאגט, אז "עס קען נישט זיין אז ס'איז געווען רוסלאנד" וואס האט דורכגעפירט די העקערייען, אבער נעכטן האט טראמפ זיך פארענטפערט, אז ער האט באמת געמיינט צו זאגן, אז "ס'קען נישט זיין אז ס'איז נישט געווען רוסלאנד".

טראמפ'ס נעכטיגע קאמענטארן אין ווייסן הויז, איז געקומען נאכדעם וואס די כוואליע פון נעגאטיווע קאמענטארן קעגן אים האט זיך דערווייל נישט אפגעשטעלט, און אפילו פון רעפובליקאנער סענאטארן הערט מען אז זיי גרייטן צו פארשידענע שריט, צו מאכן א סטעיטמענט קעגן טראמפ'ס אויפפירונג אינאיינעם מיט פוטין.

זעה די פולע ווידיא

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל