בריסל – די יאפאנעזער רעגירונג און די אייראפעאישע יוניאן לענדער, האבן נעכטן געשלאסן א גרויסן האנדלס אפמאך, וואס ביידע זייטן זאגן אז זיי האפן אז ס'וועט דינען אלס א קאנטער-וועג צו די נייע געצוימטע האנדלס פאליסיס וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ האט געלאזט אין גאנג, צוימענדיג וויפיל לענדער האנדלען איינער מיט'ן צווייטן. דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער, שינזא אבעי, האט אונטערגעשריבן דעם האנדלס אפמאך, אינאיינעם מיט'ן אייראפעאישן קאונסיל פרעזידענט, דאנעלד טאסק, וועלכער רעפרעזענטירט די 28 אייראפעאישע לענדער. די אלע לענדער וועלן אצינד אנהייבן אויסברייטערן אימפארט-עקספארט צווישן זיך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל