פאריז – אן אלדזשיריע-געבוירענער פארשוין, וועלכע איז צוויי באזונדערע מאל געפונען געווארן שולדיג אויף טעראר קלאגעס אין פראנקרייך, איז נעכטן דעפארטירט געווארן צו זיין היימלאנד, וואו ער וועט געשטעלט ווערן אויף א פראצעס. די רעדע איז פון דעזשאמאל באגהאל, וועלכער האט געהאט פארבינדונג מיט די טעראר אטאקעס אין יאר 2015 אויף דער "טשארלי העבדא" צייטונג הויפטקווארטירן און עטליכע טעג שפעטער מיט דער אטאקע ביים אידישן "הייפער קאושער" סופערמארקעט, און אין 2005 פאר א געפלאנטע דורכגעפאלענע אטאקע צו באמבארדירן די אמעריקאנער אמבאסאדע אין פאריז. אין אלדזשיריע ווערט ער אויך געזוכט פאר פארשידענע טעראר אקטיוויטעטן, און יעצט וועט ער דארטן אויסשטיין א פראצעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל