אמסטערדאם – די איראנער רעגירונג האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דער אמעריקאנער רעגירונג, זאגנדיג אז פרעזידענט טראמפ'ס באשלוס אין מאי זיך ארויסצוציען פונעם נוקלעארן אפמאך, טוט פארלעצן א דיעל וועלכע איז געשלאסן געווארן צווישן די צוויי לענדער אין יאר 1955. דער אפמאך איז געשלאסן געווארן דאן צווישן פרעזידענט דווייט אייזענהאוער און דער איראנער פרעמיער מיניסטער כוסעין אללא, צו פארשפרעכן פריינטליכע און קאאפעראטיווע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער – און אצינד זאגט איראן, אין איר אנקלאגע אין דעם "אינטערנאציאנאלן יוסטיץ געריכט", פארלעצט טראמפ'ס באשלוס זיך אפצולאזן פונעם נוקלעארן אפמאך יענעם 1955 דיעל.

א סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגער האט נעכטן אוועקגעמאכט די אנקלאגע, זאגנדיג אז אמעריקע וועט עס באקעמפן אין געריכט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל