בילד
לואיזיאנא – א פעדעראלער ריכטער האט נעכטן ארויסגעגעבן אן אורטייל לטובת אידישע ארבעטער אין אמעריקע, זאגנדיג אז די ספעציעלע פעדעראלע געזעצן, וועלכע פארבאטן ראסע דיסקרימינאציע ווען עמיצער זוכט א דזשאב, גייען נישט נאר אן אויף שווארצע און אנדערע ראסעס, נאר עס דעקט אויך אידן און סיי וועלכע מינאריטעטן.

ריכטער מארק הארנסבי האט זיך באצויגן אויף א קעיס פארנט פון אים, וואו דער משומד דזשאשוע באנאדונא האט געקלאגט א שולע פאר'ן אים נישט אויפנעמען ווייל ער איז אמאל געווען א איד, און לעגאלע עקספערטן זאגן אז ריכטער הארנסבי'ס אורטייל און דעקלעראציע, אז אידן זענען געדעקט אונטער ראסע-דיסקרימינאציע געזעצן, וועט בעז"ה האבן א לאנג-טערמיניגן פאזיטיוון אפעקט אויף אידן אין אמעריקע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל