ראמאפא – די חרדי'שע משפחת וויינגארדען הי"ו אין דער וועסלי היללס געגנט נעבן מאנסי, האט אפגעאטעמט מיט רואיגקייט, נאכ'ן הערן פון דער פאליציי אז עס איז זיי געלונגען צו ארעסטירן צוויי פארשוינען, וועלכע האבן דורכגעפירט א ווילדע און געוואגטע רויבעריי אויף דער היים פון דעם פאמיליע אום מוצש"ק פרשת פנחס, בשעת אלע 9 קינדער פון דער פאמיליע האבן זיך געפונען אינעם הויז. די צוויי ארעסטירטע, וועלכע האבן גערויבט טייערע צירונגען און א טייערן זייגער וואס מ'האט דערווייל נאכנישט אפגעפונען, זענען אנגעקלאגט געווארן מיט הארבע רויבעריי קלאגעס, און זענען דערווארט אויסצושטיין גאר שווערע טורמע אורטיילן ווען זיי ווערן געשטעלט פאר א פראצעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל