וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט אז דער פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער פירט די רוסלאנד אויספארשונג, האט געבעטן א פעדעראלן ריכטער צו שענקען "אימיוניטי" קעגן 5 אומאידענטיפיצירטע אינדיווידועלן, וועלכע וועלן מעגליך גערופן ווערן אויפצוטרעטן ביים קרימינאלן פראצעס קעגן געוועזענעם טראמפ קאמפיין טשעירמאן פאול מענעפארט. "אימיוניטי" באדייט אז די 5 פאטענציעלע עדות וועלן נישט קענען געקלאגט ווערן אויף קיין שום קרימינאלע קלאגעס באזירט אויף זאכן וואס זיי זאגן ביי זייער אויפטריט, אדער סיי וועלכע באווייזן מוללער האט קעגן זיי.
מוללער האט געבעטן פונעם געריכט נישט ארויסצוגעבן די אידענטיטעטן פון די 5, אבער די אנטוויקלונג צייגט אז מוללער גרייט צו אן ערנסטן קעיס אויף ווען דער מענעפארט פראצעס וועט זיך אנהייבן.
מוללער האט געבעטן פונעם געריכט נישט ארויסצוגעבן די אידענטיטעטן פון די 5, אבער די אנטוויקלונג צייגט אז מוללער גרייט צו אן ערנסטן קעיס אויף ווען דער מענעפארט פראצעס וועט זיך אנהייבן.
הוסף רשומת תגובה