ניו יארק – 4 ליבעראלע סטעיטס האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דער טראמפ אדמיניסטראציע, איבער דער אישו פון דעם רעפובליקאנער-דורכגעפירטן שטייער רעפארם. די 4 סטעיטס, ניו יארק, ניו דזשערסי, קאנעטיקוט און מערילאנד, קלאגן אין פעדעראלן געריכט, אז דער שטייער רעפארם געזעץ איז דירעקט אויסגעשטעלט געווארן צו צילן און טשעפען די דעמאקראטיש-געפירטע סטעיטס, אלס א פאליטישער אקט. כדי צו געבן צו פארשטיין די אנקלאגע, האט ניו יארק גאווערנאר קאומאו געזאגט, אז אונטער'ן שטייער רעפארם געזעץ קען מען מער נישט נעמען די ספעציעלע "דידאקשענס" פאר סטעיט און לאקאלע שטייערן, וואס דאס אפעקטירט דירעקט די דערמאנטע גרופע סטעיטס. פאליטישע אנאליסטן זאגן אבער, אז די אנקלאגע איז בלויז א פאליטישער צירקוס, און האט נישט קיין שאנס פאר סוקסעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל