לאס אנדזשעלעס – דער פעדעראלער ריכטער וועלכע האלט אן אויג אויף די אמעריקאנער רעגירונג'ס ארבעט צוריק צו פאראייניגן די אפגעטיילטע אימיגראנטן פאמיליעס, האט ארויסגעגעבן א פרישן עמורדזשענסי אורטייל, בלאקירנדיג די טראמפ אדמיניסטראציע פון דעפארטירן סיי וועלכע פון די פאמיליעס וועלכע ווערן צוריק פאראייניגט. ריכטערין דעינע סאבראו זאגט, אז די רעגירונג מוז זאפארט אפשטעלן די דעפארטאציעס, צוליב וואס אקטיוויסטן האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דער פעדעראלער רעגירונג, זאגנדיג אז די רעגירונג לאזט נישט די פאמיליעס זיך טרעפן מיט לויערס, נאר די פאמיליעס ווערן דעפארטירט גלייך אין די געציילטע שטונדן נאכדעם וואס זיי ווערן פאראייניגט – וואס באדייט אז מען פארלעצט זייערע רעכטן.
הוסף רשומת תגובה