וואשינגטאן – די פעדעראלע טראנספארטאציע דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן נעכטן א באריכט, וועלכע האט געצייגט אז מאטאריסטן אין אמעריקע זענען היי יאר אין מאי געפארן מיט 0.8 פראצענט מער מייל אויף בריקן און הייוועיס, ווי פאראיאר מאי. אלעס אינאיינעם איז מען געפארן 286.2 ביליאן מייל אויף אמעריקאנער בריקן און הייוועיס, וואס איז מער ווי די 283.9 ביליאן מייל פון פאראיאר. די טראנספארטאציע באאמטע זאגן, אז מען שטייט היי יאר שוין אינעם זעקסטן יאר וואס טראוועל אויף אמעריקאנער שאסייען און בריקן שטייגן, און דאס איז וויכטיג, סיי צו נעמען אין באטראכט נויטיגע פארריכטונג ארבעט אויף אפגענוצטע אינפראסטרוקטור, און סיי איבער דעם פארגרעסערטן באנוץ פון ברענשטאף.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל