נעוואדא – די אייגנטימער פון דעם "מאנדאלא בעי" האטעל אין לאס וועגאס, נעבן וועלכע עס האט פאראיאר פאסירט די שרעקליכע מאסן שיסעריי, האט נעכטן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן די געליטענע און פארוואונדעטע פון דער שיסעריי, זאגנדיג אז זיי קענען נישט געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך דערפאר. די אנקלאגע פון די האטעל אייגנטימער, קומט נאכדעם וואס העכער טויזנט פון די געליטענע און פארוואונדעטע האבן א צייט צוריק אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן די אייגנטימער, זאגנדיג אז די שוואכע זיכערהייט מאסנאמען ביים האטעל האבן ערלויבט דעם שיסער דורכצופירן די שיסעריי דורך איינס פון די פענסטער פונעם האטעל. לויערס פאר די געליטענע האבן נעכטן שארף פארדאמט די קאנטער-אנקלאגע פון די האטעל אייגנטימער, זאגנדיג אז ס'איז אומלעגאל און אומעטיש.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל