אלבאני – דער געוועזענער ניו יארק סטעיט סענאט מאיאריטעט פירער דיען סקעלאס, איז נעכטן געפונען געווארן שולדיג דורך א דזשורי, פאר'ן נעמען שוחד און אנדערע פעדעראלע קארופציע אנקלאגעס. סקעלאס און זיין זון עדעם זענען אריגינעל געפונען געווארן שולדיג דורך א דזשורי אין יאר 2015 און ער האט געזאלט זיצן מער ווי פינף יאר אין טורמע, אבער פאראיאר סעפטעמבער האט אן אפעלאט געריכט ארויסגעווארפן דעם דזשורי אורטייל, אנצייגנדיג אויף א נייעם סופרים קאורט אורטייל, וועלכע מאכט שווערער פאר פראקורארן אנצוקלאגן פאליטישאנס אויף קארופציע. די פראקורארן האבן זיך נישט געשראקן און אריינגעגעבן נייע אנקלאגעס קעגן סקעלאס, און נעכטן איז ער פריש דערקלערט געווארן שולדיג.
הוסף רשומת תגובה