מאנהעטן – א פרישער שטורעם איז אנטשטאנען נעכטן, ווען עס איז אויפגעדעקט געווארן, אז אן אומבאקאנטע סטעיט רעגירונג אגענטור אין ניו יארק, טוט ארויסהעלפן רייכע לוקסוריעזע געביידעס אין ניו יארק סיטי מיט געלטער פאר דער הייצונג און עלעקטעריציטעט סיסטעמען. לויט'ן "ניו יארק פאוסט", האט די אומבאקאנטע "ניו יארק סטעיט ענערגיע ריסוירטש און דעוועלאפמענט אויטאריטעט" שוין אריינגעפאמפט אזויפיל ווי 75 מיליאן דאלאר אין די לעצטע פינף יאר, צו געבן סובסידיעס און ספעציעלע געלטער פאר רייכע ריעל עסטעיט פראיעקטן לענגאויס די סיטי, אז ס'זאל זיי קאסטן ביליגער צו אינסטאלירן הייצונג און עלעקטעריק. דאס קומט אין דער צייט וואס ארימע געביידעס און פובליק האוזינג געביידעס פלאגן זיך מיט פארעלטערטע און צעבראכענע סיסטעמען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל