אינדאנעזיע – די איינוואוינער אין וועסט פאפאו, אינדאנעזיע האבן גענומען יוסטיץ אין די אייגענע הענט, נאכדעם וואס א קראקאדיל האט קאלטבלוטיג אומגעברענגט א באליבטן איינוואוינער אין דעם שטעטל. דער איינוואוינער, אידענטיפיצירט בלויז אלס סוגיטא, איז באגלייט געווארן אין א גרויסע עהרנפולע באגרעבעניש צערעמאניע, אבער די איינוואוינער האבן זיך נישט געקענט בארואיגן פון זייער פארלוסט. דעם אנדערן אינדערפרי, זענען די מאסן ארויסגעקומען און אנגעהויבן בונטעווען און פארפירן, אז עפעס מוז געטאן ווערן קעגן דעם קראקאדיל וועלכער האט אומגעברענגט סוגיטא. זיי האבן דאן גענומען העק, שווערדן און אנדערע געצייג, און זיך ארויסגעלאזט אויף א מאסן שחיטה, אומברענגענדיג איבער דריי הונדערט קראקאדילן. די איינוואוינער זאגן אז זיי קענען נישט וואוסן צי דער סוגיטא מערדער איז צווישן די אומגעקומענע קראקאדילן, אבער זיי שפירן זיך זיכער רואיגער...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל