וואשינגטאן – נעכטן האט מען געזען א ווייטערדיגע כוואליע פון אויפברויז, דורך רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך, קעגן דעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע אינפארסירט אין די לעצטערע וואכן א גאר שטייפע פאליסי פאר אימיגראנטן ביים מעקסיקא-אמעריקע גרעניץ, דורכ'ן צעטיילן די קינדער פון זייערע עלטערן, און אפפירן די קינדער אין ספעציעלע צענטערן, אפגעזונדערט פון זייערע עלטערן.

פון איבעראל הערט מען אויסדרוקן, אז די פאליסי איז ברוטאל און אומ'רחמנות'דיג, און עס מוז זאפארט אפגעשטעלט ווערן – און אינעם סענאט האבן א גרופע סענאטארן ארויסגעשטעלט א געזעץ פארשלאג, וועלכע וועט בלאקירן די פאליסי. דאס געזעץ האט באקומען נעכטן אומפארטייאישע שטיצע, ווען דער רעפובליקאנער סענאט פירער מיטש מעקאנעל האט דערקלערט אז ער און אלע רעפובליקאנער אינעם סענאט שטיצן עס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל