מאסקווע – די גלאבאלע האנדלס קריג, וואס איז געלאזט געווארן אין גאנג דורך פרעזידענט טראמפ'ס באשלוס ארויפצושטעלן שטייער שטראפן אויף אייזן און אלומינום וועלכע ווערט אימפארטירט פון אנדערע לענדער קיין אמעריקע, ברענט ווייטער מיט'ן גאנצן פלאקער. נעכטן האט מען געהערט אז די רוסישע רעגירונג האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע צו דער "וועלטס האנדלס ארגאניזאציע" קעגן די אמעריקאנער שטייער שטראפן, און אויך האט רוסלאנד באשלאסן אונטערצונעמען נקמה שריט, דורכ'ן ארויפשטעלן שטייער שטראפן אויף אמעריקאנער פראדוקטן וואס ווערן אריינגעליפערט קיין רוסלאנד. אויסער דעם האט זיך דער שטרייט מיט כינע פארערגערט, ווען טראמפ האט געסטראשעט מיט פרישע 10 פראצענט שטראפן אויף כינעזער פראדוקטן אין ווערד פון 200 ביליאן דאלאר, און כינע האט צוריקגעסטראשעט.
הוסף רשומת תגובה