טעהראן – די איראנער רעגירונג האט נישט קיין שום פלענער צו בויען מיסילס וועלכע קענען גרייכן נאך ווייטער, וויבאלד זי איז צופרידן מיט אירע ביז יעצטיגע מיסילס, וועלכע קענען גרייכן א ווייטקייט פון צוועלף הונדערט מייל. די דעקלעראציע איז געמאכט געווארן דורכ'ן גענעראל מוכאמעד אלי דזשאפארי, וועלכער דינט אלס קאמאנדיר פון די איראנער רעוואלוציאנערע גארד, וואס ער האט דערקלערט אז איראן האט די סייענטיפישע און עקאנאמישע מעגליכקייטן צו מאכן אירע מיסילס מער ווייט-גרייכנד, אבער עס איז יעצט נישט די פאליסי פון דער איראנער רעגירונג דאס צו טאן. דזשאפארי האט געזאגט אז אלע שונאים פון איראן, אריינגערעכנט מדינת ישראל, זענען גענוג נאענט צו איר, אז זי זאל זיי קענען אטאקירן מיט די מיסילס וואס זי פארמאגט יעצט אין אירע ארסענאלן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל