בערלין – די דייטשע רעגירונג האט נעכטן אויסגעדרוקט גרויס אויפברויז קעגן דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, נאכדעם וואס ער האט געשריבן א מעסעדזש, אז דייטשלאנד'ס ראטע פון קרימינאליטעטן איז געשטיגן מיט צען פראצענט, אלס רעזולטאט פון דעם וואס זיי האבן אריינגעלאזט אומצאליגע פליטים פון סיריע און אנדערע לענדער אין די לעצטע פאר יאר. דייטשלאנד'ס קאנצלער אנגעלע מערקעל האט געזאגט, אז טראמפ דארף בלויז קוקן אויף די קרימינאלע סטאטיסטיקס וואס די דייטשע אינערן מיניסטעריום האט פובליצירט עטליכע וואכן צוריק, און זען אז קרימינאלע ראטעס זענען פאקטיש געפאלן. אויסער דעם האבן דייטשע צייטונגען שטארק אפגע'חוזק'ט פון טראמפ'ס פאלשע באהויפטונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל