קאליפארניע – אן איראקער פליט איז ארעסטירט געווארן אין צפון קאליפארניע, אויף באשולדיגונגען אז ער האט אומגעברענגט אן איראקער פאליציי אפיציר, בשעת ער איז געווען א מיטגליד אין אייסיס. די רעדע איז פון אומאר אבדולסאטאר אמין, וועלכער איז געקומען קיין אמעריקע מיט א גרופע פליטים אין ענדע יאר 2014.

אריגינעל האבן די אימיגראציע אויטאריטעטן נישט אויפגעכאפט זיין פארבינדונג מיט אייסיס, נאר נאכ'ן גרונטליכער אויספארשן זיין היסטאריע פאר די לעצטע פאר מאנאטן, האט מען אויפגעדעקט אז ער איז געווען טייל פון א גרופע אייסיס טעראריסטן וואס זענען איבערגעפאלן פאליציי אפיצירן אין שטעטל ראווא, איראק, בשעת אייסיס האט דארט פארכאפט די מאכט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל