פרעזידענט טראמפ און פוטין האלטן אפ געמיינזאמע סאמיט צו דעבאטירן אקטועלע טעמעס און אישוס; טראמפ זאגט אז ער גלויבט פרעזידענט פוטין אז רוסלאנד איז נישט געשטאנען אונטער די 'מעדלונג' אין די אמעריקאנע וואלן; גרויס קריטיק אויף פרעזידענט טראמפ אינדערהיים פארן אוועקמאכן באגלייבטקייט פון די אמעריקאנע אינטעלידזשענס אגענטורן; מעמבערס פון ביידע פארטייען רייסן גאר שטארק אנידער פרעזידענט טראמפ אויף זיין גענצליכע קאפעטילאציע פאר פרעזידענט פוטין

בילד



שוין.. איך האב מיך שוין מייאש געווען... א שטילע און רואיגע טאג אן קיין סענזאציעס אדער איבערקערענישן וועט שוין נישט זיין, כל זמן און ווילאנג אונזער העלדישע פרעזידענט ירים הודו וועט פראבירן כסדר 'אויפצוטון' פארן לאנד..., קוים קוים וואס די מידיא נעטוואורקס האבן באוויזן צו 'קאווערן' אלע טשיקאווע אספעקטן און אלע סענזאציאנאלע פאסירונגען פון פרעזידענט טראמפ'ס באזוך אין לאנדאן, (וואס האט דרך אגב פארמאגט אין זיך גענוג  אויפרייס מאטריאל פאר די נעקסטע צוויי וואכן צו רעדן דערפון...) און אונזער פרעזידענט זאל זיין געזונט און שטארק, האט שוין אנגעמאכט געזונטע פרישע איבערקערענישן אז עס איז ממש א מחיה..., די סענזאציאנאלע נייעס'ן און טראמפ שטיק וואס קומען ארויס פונעם סאמיט מיט פוטין, איז אזעלכע שטורעמדיגע און געשמאקע נייעס, אז די גאנצע וועלט מידיא איז פשוט און פראסט געגאנגן אויף 'האלד'.., און יעדער מוז יעצט ארומרעדן נאר פון דער היסטארישע סאמיט צווישן פוטין און טראמפ, און ווי אזוי טראמפ האט מסדר געווען אלע זיינע פיינט בחדא מחתא.., דער גאנצע וועלט מידיא איז נאר ביזי פאר די לעצטע דריי טעג נאר מיט איין מענטש.., און דאס איז חתן דינן, מר. דאנעלד דשעי. טראמפ ירים הודו..., עס איז זיכער אז דאס איז א חלק פון זיין חשבון פארוואס ער מאכט די אלע טראמפ שטיק... ווי נישט ווי האט ער דאך א 'היסטערי' פון טון אלעס אין דער וועלט פאר אביסעלע 'אינטוציע'.... איך מיין אז עס איז יש דברים בגו....

ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין, האט פרעזידענט טראמפ פאראורזאכט אן איבערקערעניש דא אין אמעריקע עפעס אזאנס און אזעלעכ'ס, אז עס וועט געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט.., אנגעהויבן האט זיך עס ביים ערשטע געמיינזאמע אויפטריט צווישן די צוויי, תיכף ביים אנהויב פונעם סאמיט, ווען פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז די שולד פון די אנגעצויגענע באציאונגען צווישן רוסלאנד און אמעריקע איז ביידענ'ס אייניג...! און אז אמעריקע דארף זיך פונקט אזוי נעמען אין די הענט אריין ווי רוסלאנד..! דאס איז געווען א סטעיטמענט וואס האט אנגעצינדן דא אינדערהיים גאר א שטארקע פייער, ס'טייטש? טראמפ לייגט אן דער שולד פאר די אנגעצויגענע סיטואציע אייניג אויף אמעריקע און אויף רוסלאנד? און וואס איז מיט די אלע ווילדע פוטין שטיק למיניהם? וואס פרעזידענט טראמפ גופא האט אומצאליגע מאל פארדאמט? צום בישפיל: דער אינוואזיע אויף אוקריינע טעריטאריע, די באמבאדירונגען אויף די סירישע רעבעלן וואס האבן זיך געשלאגן מיט 'אייסיס'..! בלויז ווייל זיי האבן אויך באקעמפט אסאד, די מאראלישע שטיצע פאר פרעזידענט אסאד נאך דעם וואס ער האט פארגאזט זיינע אייגענע בירגער מיט כעמישע וואפנ'ס, די לעצטיגע מארד פונעם בריטישן דיפלאמאט אין ענגלאנד, די כסדר'דיגע טריצן מיט אמעריקע אין די יו. ען. וואס רוסלאנד טוט מיט א בלעכענע פנים, וכו' וכו' וכו', אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם...

וכאן הבן שואל.... איז אויף אזא איינער זאגט פרעזידענט טראמפ אז אמעריקע איז פונקט אזוי שולדיג אין די אנגעצויגענע באציאונגען..? ווי איז דער בראווער טראמפ וואס שרעקט זיך נישט פון קיינעם און זאגט יעדעם אריין אין באבענ'ס באבען אריין..? וואס פאר א פנים טראגט דער היינטיגער פרעזידענט טראמפ, אקעגן דער נעכטיגער פרעזידענט טראמפ וואס האט געמאכט פון פרעמיער 'טעריסע מעי' אש און פארעך... צו איז טראמפ 'משה גרויס' בלויז אקעגן די וואס זעען זיך סיי ווי נישט מיט אים אויף איין אויג, אזוי ווי פרעמיער טרודאו פון קאנאדע, אדער פרעמיער מערקעל פון דייטשלאנד, אדער מעי פון ענגלאנד, וכו' וכו', אבער ווען עס קומט צו זיין ליבלונג "פוטין".. דאן ווערט ער שוואך און ווייעך ווי הייסע אנגעווארימטע וואקס...? אויב אזוי, נו פארוואס ווערט פרעזידענט טראמפ אזוי באליידיגט ווען די אמעריקאנע פרעסע טענה'ט אז עס איז געווען א קעלודזשן צווישן די צוויי, אלע סימנים ווייזן דאך אויף עפעס א ספעציעלע נאנטשאפט צווישן די צוויי, און טראמפ טוט אלעס אויף די וועלט כסדר מוכיח צו זיין אז ער גלייכט פוטין זייער שטארק, ווי צום ביישפילביים 7G סאמיט ווען ער האט זיך אנגענומען  פאר אים דארט, נו, איז פארוואס פארשטייט ער נישט אז עס קוקט אויס זייער מאדנע פאר סתם אמעריקאנער דער גאנצע אהבה, אמת, מיר אלע גלייבן באמונה שלימה אז עס איז נישט געווען קיין שום קעלודזשן... )העי, דו דארטן... די האסט שוין ספיקות אין דער אמונה...?(, אבער על כל פנים מען קען פארשטיין פארוואס די FBI זאל דאס וועלן למשל אינוועסטיגעיטאן.. עס קוקט דאך אויס זייער מאדנע...

דער עיקר באמבע איז אבער געקומען ביים ספעציעלע פרעסע קאנפערענץ, וואס איז פארגעקומען תיכף ביים ענדע פונעם פיר שעה'דיגע זיצונג צווישן די צוויי, אינמיטן פונעם פרעסע קאנפערענץ, ווען מען האט געפרעגט פרעזידענט טראמפ צו ער האט פארגעהאלטן פוטין איבער די אריינמישונג פון רוסלאנד אין די אמעריקאנע וואלן. ספעציעל נאך דעם וואס מולער'ס טיעם האט אינדייטעט פרישע צוועלעף רוסישע שפיאנאזש אגענטן פאר בלויז צוויי טעג צוריק, אויפן חטא אז זיי האבן געהאלפן אריינהעקן אין די דעמאקראטישע אימעילס. האט פרעזידענט טראמפ זיך אנגערופן "איך גלויב פרעזידענט פוטין, וואס האט מיר פארזיכערט אז רוסלאנד איז נישט געווען דער וואס איז געשטאנען אונטער די אריינמישונג"...! און דער גרעסטע אויפרייס מאטריאל איז נאך געווען, ווען תיכף דערנאך האט ער זייער מיאוס אראפגעריסן מולער אין זיין שטאב, זאגענדיג אז ער האט נישט קיין שום צוטרוי אין זיי, און אז ער גלייבט נישט קיין איינס פון זייערע אינדייטמענט'ס... דאס איז אויסגעקומען מורא'דיג שלעכט, היות אלע אמעריקאנע אינטעלידזשענס אגענטורן האבן מיטגעשטימט מיט די אינדייטמענס אויף די רוסישע אגענטן, ממילא אויב זאגט טראמפ אז ער גלייבט דאס נישט, איז דאס ווי איינער וואס זאגט, פוטין גלייב איך יא, אבער די אמעריקאנער אינטעלידזשענס אגענטורן גלייב איך נישט...!

מ'רעדט שוין נישט פון דער טיפשות און קינדערישקייט פון אזא סארט סטעיטמענט, "איך האב אליין געפרעגט דער יונגעל, ער זאגט אז ער האט עס נישט געטון... איך גלויב אים ענדערש ווי דער מנהל... וואס דאס אליין ווייזט אויף זיין בלינדע מהלך, פון אלעס אוועקקוקען ווען עס קומט צו פרעזידענט פוטין. סענאטארן פון ביידע פארטייען האבן טאקע זייער שטארק פארדאמט פרעזידענט טראמפ פאר דעם (די דעמאקראטן זענען געווען ערווארטעט צו קריטיקירן... אפילו ווען טראמפ וועלט ווען נישט געזאגט די אויבנדערמאנטע...), פון די רעפובליקאנער סענאטארן זענען ארויסגעשטאנען, סענאטאר 'לינדזי גרעהעם' פון נארט קאראליינע, סענעטאר 'דזשעף פלעיק' פון אריזאנע, סענאטאר 'בען סאעז' פון נעבראסקע. איבער אלע איז איבערגעשטיגן דער ארויסגייענדיגער קאנגרעס ספיקער 'פאול רייען', וועלכע האט אין א לענגערע סטעיטמענט ארויסגעברענגט וואס פאר א געלעגענהייט טראמפ האט דא פארפאסט מיט דעם סאמיט, אז אנשטאט ער זאל שטעלן פוטין אביסל אין פלאץ, האט ער אים גאר געגעבן גערעכט, און אויסגעלויבט ביזן הימל, ווי ער וואלט ווען געווען א מורא'דיגע העלד.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל