וואשינגטאן. – א פרישע אויפדעקונג צייגט, אז מיט א יאר צוריק האט די פעדעראלע רעגירונג פארלוירן א באטל פון געפארפולע נוקלעארע מאטעריאל. די נוקלעארע פלוטאניום מאטעריאל איז פארלוירן געגאנגען, אין די הענט פון עטליכע איינגעשטעלטע אינערהאלב די פעדעראלע ענערגיע דעפארטמענט.

די ארבעטער זענען געפארן פון איידעהא קיין טעקסאס, אויפצופיקן די מאטעריאל און עס צוריקברענגען קיין איידעהא, אבער זיי זענען איבערגעשלאפן אין א האטעל אויפן וועג פון טעקסאס קיין איידעהא, און אינדערפרי, איז די מאטעריאל געווען פארשוואונדן פון זייער קאר. שטייענדיג מער ווי א יאר נאכדעם וואס עס האט פאסירט, גייט נאך אלץ אן די אויספארשונג, צו דערגיין וואו די מאטעריאל איז אהינגעקומען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל