סאוט קאראליינע – א פרוי אין סאוט קאראליינע וועלכע האט געוואונען א פערטל מיליאן דאלאר פון א "סקרעטש אף" לאטערי טיקעט, זאגט אז זי האט נאר געקויפט דעם טיקעט צוליב א טעות פונעם קעשיר. דער מאדנער אינצידענט האט פאסירט אין גרינוויל, סאוט קאראליינע, וואו די פרוי האט איינגעקויפט אין דעם לאקאלן "רעד ראבין פודס" געשעפט, און זי האט געבעטן פונעם קעשיר א ספעציפישע לאטערי טיקעט. דער קעשיר האט איר אהינגעגעבן א נישט-ריכטיגע טיקעט פון אן אנדערע סארט, אבער זי האט באשלאסן נישט צו באלמוטשען דעם קעשיר. ביים אפקראצן דעם טיקעט, האט זיך אנטפלעקט איר פערטל מיליאן דאלער געווינס.

הוסף רשומת תגובה