די ווייסע הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי איז איינגעגאנגן אויף פרעזידענט טראמפ'ס פארלאנג, צו פארבלייבן אויף די פאזיציע, כאטש ביז די יאהר 2020.

קעלי און טראמפ האבן געהאט גערעדט איבער בלייבן ביז 2024, אבער קעלי האט נאר מסכים געווען צו צוזאגן ביז די ענדע פון טראמפ'ס יעצטיגע טערמין וואס ענדיגט זיך אין 2020.

טראמפ האט זיך שוין געספראוועט אין אפריל מיט קלאנגן אז ער פארטראגט זיך נישט מיט קעלי, ספעציעל ווען זיין טשיעף אוו סטעף האט אים אנגערופן "אידיאט". באריכטן האבן כסדר באשטאנען, אז קעלי האט מער-ווייניגער פארלוירן זיין גלאנץ און שטארקקייט צו פירן די ווייסע הויז, און זוכט א וועג ארויס. די וואל סטריט דזשורנעל איז געווען די ערשטע צו באריכטן, אז קעלי פלאנירט ערענסט צו איבערלאזן די טראמפ אדמיניסטראציע. עס זענען אפילו באריכטעט געווארן צוויי קאנדידאטן וואס ווערן באטראכט אלס נאכפאלגער, די ווייס פרעזידענט'ס שטאב הויפט ניק איערס און בודזשעט דירעקטאר מיק מולוועיני.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל