דרום פולטאן קאונטי - דריי פרויען זענען טויט ווען א סי.עס.עקס. באן האט נעכטן אריינגעזעצט אין זייער קאר. נאך איינער האט געליטן מינימאלע וואונדן.

צוויי פרויען זענען געשטארבן אויף די סצענע, און א דריטער איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל ווי זי איז געשטארבן פון אירע וואונדן.

א בייוואוינער האט דערציילט, אז זי האט געזעהן ווי די שווארצע קאר מיט פיר פרויען האט ארומגעצירקלט עטליכע אנדערע קארס, צו קענען אויסקרוסירן די באן. די באן איז שוין דארט געווען, און אריינגעקראכט אין די שווארצע קאר, שטופענדיג איר איבער די גאס. זי איז אריבערגעלאפן צו העלפן ארויסראטעווען די מענטשן פון די צוזעצטע קאר, אבער זי האט גלייך געזעהן אז מען וועט דארפן פאראמעדיקס. נאר דער דרייווער איז געווען ביי זיך.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל