זיי זענען א פוסטע "וויץ", האט טראמפ גע'טוויט' איבער די רייכע קאטש ברידער, נאכדעם וואס זייער איינפלוסרייכע פאליטישע אנגאניזאציע האט זיך אפגעשאקלט פון טראמפ און זיינע נאכפאלגער.

טשארלעס קאטש, די עלטערער ברידער, האט ארויסגעגעבן א ווידיא (זעה אונטן), ווי ער ערקלערט די פראבלעם מיט פראטעקשאניזם.

די קאנסערוואטיווע קאטש ברידערס פינאנצירן א ריזיגע נעטווארק וואס שטיצט קאנדידאטן וואס לויפן פאר אמטן אין אמעריקע, אויב די קאנדידאט'ס געדאנקן שטימט מיט זייער וויזיע, געווענליך קאנסערוואטיוו. די הויפט פראבלעם וואס זיי האבן מיט טראמפ, איז זיין קריגערישע מענטאליטעט, סיי אין לאנד און סיי אינטערנאציאנאל. נעכטן האט די נעטווארק באקאנט געמאכט, אז זי וועט נישט שטיצן דעם רעפובליקאנער קאנדידאט קאנגרעסמאן קעווין קרעמער, א קאנדידאט וואס טראמפ שטופט, צו אראפווארפן דעם דעמאקראטישע סענעטארשע היידי הייטקאמפף פון צפון דעקאטע, איינע פון די שוואכסטע דעמאקראטישע קאנדידאטן היי יאהר וואס קען גרינג באזיגט ווערן.

"די גלאבאליסטן קאטש ברידער, וואס זענען געווארן א טאטאלע וויץ אין אמת'דיגע רעפונבליקאנער קרייזן, זענען קעגן שטארקע גרענצן און שטארקע האנדל", האט טראמפ אויסגעשריגט אויף טוויטער. "איך האב קיינמאל נישט געזוכט זייער שטיצע ווייל איך דארף נישט זייער געלד אדער שלעכטע געדאנקן".

(די טערמין "גלאבאליזם" איז דאס פארקערטע פון "פראטעקשאניזם". גלאבאליזם מיינט אז מען זוכט א גלאבאלע סיסטעם ווי אלע לענדער ארבעט צוזאם מיט האנדל, שטייערן און נאך. פראטעקשאניזם מיינט אז מען זוכט נאר וויאזוי מען קען זיך אליינס באשיצן, און מען זארגט זיך נישט פאר יענעם, און אנדערע ווערטער "יעדער פאר זיך".)

בילד


אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל