וואשינגטאן - א באריכט אין "ען-בי-סי ניוז", וועלכע ברענגט נאך פון אכט קוועלער אינערהאלב דער טראמפ אדמיניסטראציע, צייגט אז דער ווייסער הויז שטאב הויפט, דזשאן קעלי, האט אין די לעצטע וואכן אנגעהויבן בארעדן טראמפ אין דער עפנטליכקייט, זאגנדיג פאר אנדערע ווייסע הויז איינגעשטעלטע אז טראמפ איז אן אידיאט. קעלי לאכט אויך אפ פון טראמפ'ס איגנאראנץ ווען עס קומט צו פארשטיין קאמפליצירטע אישוס, און קעלי האלט אז זיין דזשאב אין ווייסן הויז איז אפצוראטעווען דאס לאנד פון טראמפ'ס פרעזידענטשאפט.

לויט'ן באריכט, פלאנירט קעלי צו רעזיגנירן פון דער טראמפ אדמיניסטראציע קומענדיגן יולי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל