קאליפארניע – היי יאר אין די מידטוירם וואלן, לויפן א רעקארד צאל אפענע אנטיסעמיטן פאר קאנגרעס זיצן און סענאט זיצן אין אמעריקע, און די וואך איז באריכטעט געווארן איבער נאך אזא איינעם, ביים נאמען פעטריק ליטעל. דער פארשוין לויפט אין די רעפובליקאנער סענאט פריימעריס אין קאליפארניע, מיט'ן ציל צו געווינען די פריימערי און לויפן אין נאוועמבער קעגן דער אמטירנדער דעמאקראטישער סענאטארשע דייען פיינסטיין. ליטעל האט באקומען די אינדארסירונג פונעם האלאקאוסט לייקענער דעיוויד דיוק, אבער אין א ווידעא וואס ער האט פובליצירט די וואך, באקלאגט ער זיך אז ער באקומט נישט קיין שטיצע פון אנדערע אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע וועבסייטס, זאגנדיג אז מער מענטשן דארפן זיך אויפוועקן צו "דער אידישער פראגע", ה"י.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל