מינעסאטע – א לאנגיעריגער הויכראנגיקער רעפובליקאנער פיגור, ריטשארד פעינטער, האט נעכטן געמאלדן אז ער פארלאזט די רעפובליקאנער פארטיי, און וועט לויפן פאר א פאליטישן אמט אלס דעמאקראט.

פעינטער האט געדינט אלס דער עטיקס לויער אינערהאלב דער אדמיניסטראציע פון פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש, און אין די לעצטע מאנאטן, זינט טראמפ'ס איינשווערונג, האט ער זיך ארויסגעשטעלט אלס נאכאנאנדער און פראמינענטער קריטיקירער פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, זאגנדיג אז זיי באגייען אומצאליגע עטיקס פארלעצונגען, אריינגערעכנט מיט טראמפ'ס ביזנעסער און די איינפלוס וואס ביזנעסלייט האבן אויף דער אדמיניסטראציע. אצינד וועט פעינטער לויפן פאר'ן סענאט זיץ אין מינעסאטע, וואס איז ליידיג געווארן מיט עטליכע מאנאטן צוריק דורכ'ן דעמאקראטישן סענאטאר על פרענקען, וועלכער האט רעזיגנירט צוליב א סקאנדאל.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל