מישיגען – די סטעיט אויטאריטעטן אין מישיגען, האבן נעכטן צוריקגעגעבן פולקאמע פינאנציעלע קאנטראל פון דער שטאט דעטרויט, פאר'ן ארטיגן מעיאר און סיטי קאונסיל, בלויז דריי יאר נאכדעם וואס דעטרויט האט באוויזן ארויסצוקריכן פון דער סאמע גרעסטער מוניציפאלער באנקראט-דעקלעראציע אין אמעריקאנער היסטאריע. דעטרויט האט געהאט בערך צוועלף ביליאן דאלאר חובות, און האט זיך דערקלערט באנקראט אלס רעזולטאט פון איר צעפאלענער עקאנאמיע נאכ'ן 2008 קראך. אין יאר 2013 האט מישיגען גאווערנאר ריק סניידער אריינגעשטעלט די סיטי אונטער קאנטראל פון דער סטעיט. דעטרויט האט באוויזן ארויסצוקריכן פון באנקראט ענדע יאר 2014, און אצינד פארמאגט זי שוין א 36 מיליאן דאלארדיגן בודזשעט סורפלוס, וואס דעריבער האבן די מישיגען סטעיט באאמטע איינגעזען אז ס'איז צייט צוריקצוגעבן קאנטראל פון דער שטאט פאר די לאקאלע באאמטע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל