וואשינגטאן – דער סופרים קאורט האט נעכטן דערלאנגט א פרישן דורכפאל פאר א פארגעשלאגענעם גאז פייפליין פון פענסילוועניע קיין ניו יארק, ארויסווארפנדיג א פארלאנג פון דער "קאנסטיטוציע פייפליין" פירמע, וועלכע האט געוואלט אז דער סופרים קאורט זאל צווינגען ניו יארק סטעיט צו באשטעטיגן דעם פייפליין. כדי צו קענען בויען דעם פייפליין מוז די פירמע ערשט באקומען א וואסער פערמיט, און דערווייל האט די ניו יארק סטעיט רעגירונג, אונטער'ן ליבעראלן גאווערנאר ענדרו קאומא, זיך אנטזאגט צו שענקען דעם וואסער פערמיט, וועלנדיג דורכדעם בלאקירן דעם פייפליין פון ווערן געבויעט. א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט שוין געאורטיילט פאראיאר אז די פירמע קען נישט צווינגען די סטעיט צו שענקען א וואסער פערמיט, און יעצט האט דער העכסטער סופרים קאורט ווידערהאלט דעם אורטייל פונעם אפעלאט געריכט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל