וואשינגטאן – א פרישער באריכט, ערשינען אין "פאליטיקא", ברענגט נאך פון ווייסע הויז קוועלער, אז די באציאונגען צווישן פרעזידענט טראמפ און זיין שטאב הויפט דזשאן קעלי, זענען שטארק אפגעקילט, און אז די צוויי טאלערירן זיך נישט איינער דעם אנדערן. דער באריכט שילדערט וויאזוי קעלי און טראמפ רעדן כמעט נישט איינער מיט'ן צווייטן, און וויאזוי קעלי זאגט פאר זיינע ארומיגע, אז ער האט אויפגעגעבן צו פרובירן צו קאנטראלירן פרעזידענט טראמפ'ס נעגאטיווע נייגונגען. קעלי זאגט אויך, אז עס גייט אים שוין בכלל נישט אן, אויב פרעזידענט טראמפ פארוויקלט זיך אליינס אין א סקאנדאל וואס ברענגט עווענטועל זיין אימפיטשמענט, אבי די קאשמאר זאל זיך שוין ענדיגן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל