וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע איז דערווארט היינט ארויסצושטעלן א פלאן, וועלכע וועט צוזאמשמעלצן צוויי דעפארטמענטס פון דער פעדעראלער רעגירונג, מיט'ן ציל צו רעפארמירן די גאנצע רעגירונג און עס פארקלענערן – א זאך אויף וואס די קאנסערוואטיוון אין אמעריקע קוקן שוין ארויס א לענגערע צייט. דער פלאן איז אז מ'וועט צוזאמשטעלן די פעדעראלע עדיוקעישאן און לעיבאר דעפארטמענטס, אלס איין פעדעראלע אגענטור, און אויסער דעם דערווארט מען אז טראמפ זאל פארשלאגן צוזאמצושטעלן אלע וועלפעיר פראגראמען אונטער איין פעדעראלן אגענטור. די אלע זאכן וועלן אבער דארפן האבן קאנגרעסיאנאלע באשטעטיגונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל