וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן קאטעגאריש געלייקנט די באריכטן אינעם וואשינגטאן פאוסט, אז זיין שטאב הויפט דזשאן קעלי האט געסטראשעט צו רעזיגנירן פון אמט. טראמפ האט געשריבן אין א מעסעדזש אויף טוויטער, "די וואשינגטאן פאוסט איז פיל מער פיקציע ווי פאקט. באריכט נאך באריכט איז פאנטאזירטע מיסט, ליבערשט א שוואך-געשריבענע פיקציע בוך, ווי איידער גוטע באריכטן. אייביג נאכברענגענדיג קוועלער (נישט נעמען), וואס פילע פון זיי עקזיסטירן בכלל נישט. די געשיכטע איבער דזשאן קעלי איז נישט אמת, בלויז נאך אן אטאקע!" טראמפ'ס אטאקע אויפ'ן וואשינגטאן פאוסט קומט אין א צייט וואס ער איז אין א קריגעריי מיט עמעזאן'ס גרינדער דזשעף בעזאס, וועלכער איז דער אייגנטימער פונעם וואשינגטאן פאוסט.

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל