פעיסבוק האט היינט געזאגט אז זי האט אנדעקט א סאפיסטאקירטע קאארדינירטע אפעראציע צו פארדרייען מיט פארפירערישע אינפארמאציע אויף איר פלאטפארמע, וואס נעמט אריין 32 פאלשע בלעטער און פּראָפילן אנגאזשירט צו אנמאכען קריגעריי און צוטיילונג, אין פארברייטונג פון די 2018 מידטורם וואלן.
די סאשעל מידיא קאמפאני זאגט אז זי קען נישט צובינדן די אקטיוויטעטן מיט רוסלאנד, וואס האט גענוצט די פלאטפארמע אין די 2016 וואלן זיך אריינצומישן מיט פארפירערישע אינפארמאציע. אבער פעיסבוק זאגט אז די די פּראָפילן נוצן ענליכע אויפפירונגען ווי די וואס איז גענוצט געווארן דורך די רוסן אין 2016, וואס איז אנגעפירט געווארן דורך די גרופע "אינטערנעט ריסורטש אגענטור" וואס איז נאנט פארבינדן מיט די קרעמלין.

פעיסבואק האט פאריגע וואך געהאט געזאגט פאר קאנגרעס געהילפן, אז זיי ווייסן נישט פון קיין שום באווייז אז קאנדידאטן ווערן געציהלט מיט פארפירערישע אינפארמאציע קאַמפּיין. טראמפ האט אויך געהאט געזאגט פאר רעפארטערס, אז ער ווייסט אז רוסלאנד וועט זיך מער נישט אריינמישן אין אמעריקאנער וואלן, אבער זיין אדמיניסטראציע האט שפעטער געלייקענט וואס ער האט געמיינט דערמיט.
אויסשליסליכע באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)
הוסף רשומת תגובה