אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט נעכטן געמאלדן די גרינדונג פון די "רעליגיע פרייהייט טעסק פארס", צו העלפן די יוסטיץ דעפארטמענט איינפעדעמען די אדמיניסטראציע'ס רעליגיע פאליסי.

אין א רעדע ביי די יוסטיץ דעפארטמענט'ס רעליגיע פרייהייט סאמיט אין וואשינגטאן, האט סעשאנס געזאגט אז די ציהל פון די טעסק פארס וועט זיין צו באשיצן רעליגיעזע פרייהייט פון פאַרפאָלגונגען.

צווישן אנדערע, האט סעשאנס געזאגט:
די טעסק פארס וועט העלפן די דעפארטמענט צו אימפלעמענטירן אונזער רעליגיע פרייהייט מוסטער דורכ'ן פארזיכערן אז אלע יוסטיץ דעפארטמענט אפטיילנגען האלטן זיך צו די זעלבע כללים אין די קלאגעס וואס זיי ברענגן אדער פארטיידיגן פאר'ן געריכט, די ארגומענטן וואס זיי לייגן פאָר פאַר'ן געריכט, די פאליסיס און רעגולאציעס וואס זיי אדאפטירן און וויאזוי מיר פירן אן אונזערע אפעראציעס. דאס נעמט אריין אז אונזערע ארבעטער ווייסן זייער פליכטן צו אקאמאדירן רעליגיעזע מענטשן.

סעשאנס האט אויך געזאגט אז עס איז פארהאן "א געפארפולע באוועגונג", געציהלט צו אויסרייסן רעליגיע פון אמעריקע.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל