מעקסיקאנער פליגער קראכט מיט 101 מענטשן
א עראָמעקסיקאָ פליגער האט געקראכט אין די מעקסיקאנער שטאט דוראַנגאָו, מיט 99 פאסאזשירן און א מאנשאפט פון פיר.

עראָמעקסיקאָ פלייט AM2431 איז געפלויגן פון די וויקטאריע גואדאלופ אינטערנאַציאָנאַלע לופטפעלד צו מעקסיקא סיטי, און די עקסידענט האט פאסירט פינף מינוט נאכ'ן זיך הייבן.

געוויסע פאסאזשירן זענען געזעהן געווארן אוועקשפאצירן צו א דערנעבענדיגע ראוד. 80 זענען פארוואנדעט געווארן, 2 קריטיש.

בילד

בילד

מאפע

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל