וואשינגטאן – דער ווייסער הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי, וועלכער איז שוין אפגעמוטשעט פון זיין דזשאב, רעדט אפן און הויעך צי ער קען נאך בכלל לאנג אנהאלטן אין ווייסן הויז. לויט'ן ניו יארק טיימס, האט קעלי געזאגט פאר א גרופע סענאטארן פאריגע וואך, אז דאס ווייסע הויז איז "א שלעכטע פלאץ וואו צו ארבעטן", און דער טיימס ברענגט פון ווייסע הויז קוועלער, אז ארומיגע פון קעלי לאכן אפ פון קעלי'ס נייער דעפיוטי שטאב הויפט זאקארי פוענטעס, דורכ'ן אים רופן "דעפיוטי פרעזידענט", וויבאלד ער האט איבערגענומען רוב פון די פונקציעס פון קעלי – וועלכער איז שטארק אפגעברענט און האט מער קיין כח.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל