וואשינגטאן – א באריכט אין "פאליטיקא" דעקט אויף, אז די פעדעראלע רעגירונג איז געווען געצווינגען אויפצונעמען ספעציעלע ארבעטער, וועלכע זאלן צוריק צוזאמקלעבן און צוזאמשטעלן פאפירן און דאקומענטן וואס פרעזידענט טראמפ האט צעריסן. אונטער פעדעראלע געזעצן, מוז יעדעס איינציגע דאקומענט, בריוו, אימעיל און פאפיר וואס דער פרעזידענט רירט נאר אן, פרעזערווירט ווערן און געשיקט ווערן צו די נאציאנאלע ארכיוון, אבער למעשה האט טראמפ א משוגעת אז ווען ער ענדיגט ליינען סיי וועלכן דאקומענט, צערייסט ער עס און ווארפט עס אוועק. דעריבער זענען דא ספעציעלע איינגעשטעלטע וואס געבן זיך אפ מיט די צעריסענע פאפירן, עס צוריק צוזאמצושטעלן און שיקן צו די ארכיוון.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל