דער קורצשלוס וועלכע הילט איין רוב פון ווענעזועלע אין פינסטערניש, שטייט אין צענטער פון די פאליטישע דעבאטע צווישן די מאדורא רעזשים און דער אפאזיציע פירער כואן גואידא, דער מאדורא רעזשים לייגט אן די שולד איבער׳ן קורצשלוס אויף אמעריקאנער סאבאטאזש סייבער אטאקעס אויף אירע עלעקטראנישע איינריכטונגען, אבער גועיאדא זאגט אז דאס איז א רעזולטאט פון די פארנאכלעסיגונג און אומקאמפעטענץ פון דעם רעזשים.

גואידא האט אנגעוויזן אז מאדורא נוצט אמעריקע אלס אויסרייד צו פארקירווען דעם געשפרעך איבער די קריזיס אין לאנד. ער האט געזאגט אז ער קען אריינברענגען 1.5 ביליאן דאלער אין אויסלענדישע הילף צו פארריכטן דעם עלעקטעריק פראבלעם, אבער דער מאדורא רעזשים ערלויבט אים נישט, ער האט אפעלירט צום מיליטער צו ענדיגן איר שטיצע פאר מאדורא.

גואידא האט אין א ראלי פאר טויזנטער שטיצער פארשפראכן, אז ער באטראכט ערנסט צו אקטיוויזירן ארטיקל 187 פונעם ווענעזועלער קאנסטיטוציע, וועלכע שענקט ערלויבעניש פאר׳ן פארליאמענט צו ערלויבן אויסלענדישע מיליטער צו אינטערווענירן אין אן אינערליכן קריזיס, און דערמיט עפענען דעם וועג פאר אן אינוואזיע פון אויסלענדישע כוחות צו אנידערזעצן מאדורא.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל