רוב פון ווענעזועלער איינוואוינער זענען אין די פינסטערניש פון א מאסיוון בלעקאוט וועלכע האט איבערגעלאזט רוב לאנד אן קיין עלעקטעריציטעט, און דער דיקטאטור ניקאלאס מאדורא לייגט אן די שולד אויף אמעריקע און זאגט אז די ענערגיע איינריכטונגען ביי אן היידרא-עלעקטראנישע דאמבע זענען סאבאטאזשירט געווארן און געברענט צום קורצשלוס אין 22 פון די 23 ווענעזועלער שטאטן.
דער אינפרוסטרוקטור פון ווענעזועלע איז גאר שוואך און בלעקאוטס זענען אן אפטער ערשיינונג, אבער דאס איז דער גרעסטער קורצשלוס וואס דאס לאנד האט געזען און נעמט אריין אויך דעם הויפטשטאט קאראקאס וואס פארמאגט בעסערע אינפרוסטרוקטור. און שרייבנדיג די שורות איז שוין צוריקגעשטעלט געווארן עלעקטעריציטעט אין א טייל שטאטן, אבער דאס רוב פון ווענעזועלע איז נאך אין די פינסטערניש.
דער קורצשלוס ברענגט א כאאטישע צושטאנד איבער׳ן לאנד, די באנען און עפנטליכע טראנספארטאציע פונקציאנירן נישט און נאך פילע סערוויסעס זענען צושטערט, דער אפאזיציע פרעזידענט גואעידא האט אראפגעריסן מאדורא זאגנדיג אז די שולד ליגט אויף זיין רעזשים וועלכע האט פארנאכלעסיגט די איינריכטונגען פאר פילע יארן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה