א וואך נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ׳ס פארזוך צו אויסהאמערן אן אפמאך מיט קים יאנג-אן ביים האנוי סאמיט איז דורכגעפאלן, און צפון קארעא האט באנייט איר מיסיל איינריכטונגען, האט דער געוועזענער פרעזידענט דזשימי קארטער געשיקט א שליח צו טראמפ און אנגעטראגן צו איבערנעמען די פארהאנדלונגען און אראפפארן פערזענליך קיין צפון קארעא צו ארבעטן ווייטער אויף דע-נוקלעאריזאציע.

קארטער זעלבסט האט ערפארונג מיט צפון קארעא, ער האט דארט באזוכט דריי מאל, און איז געווען דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט צו באזוכן דאס לאנד אין 1994 ווען ער האט דעמאלטס סוקסעספול געשלאסן אן אפמאך מיט קים איל-סאנג, דער זיידע פון קים יאנג-אן, אונטער וועלכער אמעריקע האט געשיקט עסנווארג פאר צפון קארעא אין אויסטויש פאר׳ן אויפגעבן דעם נוקלעארן פראגראם.

דער 94 יעריגער פרעזידענט האט געשיקט דעם מעסעדש צום פרעזידענט דורך א דעמאקראטישער קאנגרעסמאן פון קאליפארניע, און געזאגט אז טראץ זיין שוואכן געזונט צושטאנד און טיפן עלטער איז ער גרייט צו אראפפארן קיין צפון קארעא און העלפן פארענדיגן אן אפמאך.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל