אין די זעלבע צייט וואס טערקיי האט פארפירט אז אמעריקע מוז זיך ארויסציען פון סיריע האט זי געמאלדן אז זי איז איינגעגאנגען אויף אן אפמאך מיט רוסלאנד צו אוועקשטעלן איר מיליטער אין דעם אידליב ראיאן און וועלן קאלאבערירן מיט די טערקישע מיליטער אין באוואכן דעם ראיאן וועלכע איז קאנטראלירט דורך די רעבעלן.

דאס איז דער צווייטער פראסק וואס טערקיי דערלאנגט די וואך פאר וואשינגטאן, נאכדעם וואס זי האט געמאלדן א מאסיווע איינקויף פון רוסישע וואפן טראץ אמעריקאנער קעגנערשאפט, און דערמיט האט די נאטא מיטגליד עפנטליך דערקלערט אז זי בעפארצוגט די פריינטשאפט פון רוסלאנד איבער אמעריקע.

דער אידליב פראווינץ איז דער לעצטער פעסטונג פון די אנטי-אסאד רעבעלן, און ווערט קאנטראלירט דורך איסלאמיסטישע רעבעלן, עס וואוינען דארט ארום 3 מיליאן בירגער, און דערווייל האלט דארט אן א פייער שטילשטאנד, טערקיי זאגט אז זי זוכט צו האלטן דעם פייער שטילישטאנד, אבער רוסלאנד האט ווארשיינליך אן אינטערעס צו צוריקשטעלן דעם ראיאן אונטער די הערשאפט פון אסאד.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל