די קורדישע מיליציעס מיט די הילף פון אמעריקאנער און אייראפעאישע מיליטער האבן גענצליך ארומגערינגלט דעם לעצטן סקווער מייל אינעם שטאט באנגוז וואו עס האלטן זיך אויף די לעצט פארבליבענע אייסיס קעמפער וועלכע זענען אויסן צו באשיצן זייער לעצט פארבליבענע שטח אויך אויב עס קאסט זיי דאס לעבן, טראץ וואס זיי האבן באקומען די געלעגנהייט פון די רעבעלן זיך צו אונטערגעבן און גיין פריי.

די גרופע וועלכע האט קאנטראלירט איבער 34 טויזנט מייל אין אירע שטארקע טעג איז יעצט פארפאנצטערט אין איר לעצטן פעסטונג, און ארום 500 קעמפער ווילן שטארבן אלס מארטירער, און זענען געבליבן דארט נאכדעם וואס טויזנטער פון זייערע קאמעראדן האבן פארלאזט דעם שטאט מיט זייערע פאמיליעס אין די לעצטע טעג. די מארטירער זענען דארט מיט זייערע פאמיליעס און קינדער, א זאך וואס שטעלט א פארלעגנהייט פאר די רעבעלן.

דער אמעריקאנער גענעראל האט דשאוסף וואטעל האט אבער נעכטן געווארן אז אייסיס איז נישט גענצליך באזיגט, און אז די טויזנטער קעמפער וועלכע האבן פארלאזט באנגוז וועלן טרעפן א וועג זיך צו ווידער ארגאניזירן פון די פליטים לאגערן און פרובירן צו ווידעראויפבויען דעם קאליפאט, ״זיי זענען חרטה-לאז און ראדיקאל, און ווייט פון צובראכן״ האט דער גענעראל געווארענט.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל